פיר לידער
Rokhl Korn
מיין ווארטן
איך ווייס שוין, אז עס איז אומזיסט געווען מיין ווארטן—
כ׳האב היינט א גאנצן אינדערפרי
געלייענט דעם פלי פון קליינע פייגל
און כ׳האב זיך עס דערווו-סט פון אונדזער קאץ,
וואס האט פארגעסן צו לעקן
אירע ווייס-געלע פלעקן,
ווי איז איר טבע,
צום סימן, אז עמעץ דארף קןמען.
און אויך דאס פייער איז געלעגן אינעם אויוון,
ווי פארשעמט,
אין אש און יאו-ש איינגעזינקען
און נישט געשפרונגען אנטקעגן א גאסט
מיט א גארבן פון פונקען.
וועסט היינט שוין נישט קומען געוויס.
כ׳וועל אויסלעשן דעם לאמפ און פארשטעלען די פענסטער
פאר אלץ וואס איז נאענט און וויט,
כ׳וועל דאן מיט אלע מיינע גלידער
זיך ווארפן אין דער דזשונגל פון מייו איינזאמקייט
און טאפן מיט געדאנקען, ווי מיט שטילע טריט
די נאכט,
אז כ׳זאל נישט אנטרעטן א סיטשענדיקן שלאנגקאפפון דער דערמאנונג.
דאן וועל איך אויסשטרעקן צום גרוס די האנט
און נעמען רעדן צו מיין שאטן,
וואס בלאנקעט, ווי א נע-ונדניק אויף דער וואנט.
קען פינצטער זייו—
נעם מיין הייסן אטעם אין דיין שמאלער האנט אריין,
זאג איין ווארט—און מיין גאנצער טרויער וועט פארגיין.
בענקשאפט
ס׳זענען מיינע חלומות אזוי פול מיט בענקשאפט,
אז ס׳שמעקט איעדען אינדערפרי
מיין לייב מיט דיר—
און ס׳טריקנט צו פאמעלעך אויף מיין ציינפארקלעמטער ליפ
דער איינציקער סימן פון דערשטיקטן טרויער,
א טראפן בלוט.
און ס׳גיסן שוין איבער די שעה׳ען, ווי כוסות,
איינע אין דער צווייטער,
די האפנונג,וויטייערן ווין,
אז אט, א יעדע רגע
קענסטו קומען, קומען, קומען.
כ׳שטיי אין דער מיטאגצייט—
כ׳שטיי אין דער מיטאגצייט פון דיין לעבן,
א זאנג, געבויגענע פון פולקייט אין מיטן פון פעלד
וואס האט שוין אויסגעטון דאס גרינע יונע-העמדל
און וואקסט אריין אין גילדנער זיכערקייט פון קומענדיקע טעג.
ס׳שפילט די לופט מיט לילא-גלעקאלעך אויף וויטע לאנקעס,
דער זומער שמעקט מיט ביטער-ריח פון ווילדן מאן,
מיט פארענדיקער, הייסער ערד
און מיט מיינע האר.
און ווען סע פלעכט זיך צו די בלאנדע צעפ דער טאג,
און דער אוואנט קלויבט די פערל פון דער ראסע,
פאלט מיין ברוינער לייכ צו דיינע פיס,
ווי די זאנג, וואס ברעכט זיך פארן שניטער.
ווי בערעזעס ווייסע
דיינע יארן, ווי בערעזעס ווייסע
זוימען איין מיין וועג—
כ׳טראג אין מיינע ציטערנדיקע קניען
די גאנצע שווערקייט פון דיין נישט-דערזאגטן ווארט,
און מיינע ליפן ווערן רויט און פול
מיט פרילינג און מיט דיר.
אין כמארנע, אנונג-שווערע טעג פון דער דערווארטונג
לויפן דיינע אויגן נידעריק ביי דר׳ערד,
ווי שוואלבן ערב שטורעם.
עס זענען אנגעשפאנט מיינע טונקעלע בויגענס פון די ברעמען
אין ווילדן, אוממעכטיקן צארן
אויף מיינע ליפן, וואס קענען דיר נישט העלפן.
איינגעקלעמטע אין פארשעמטן און נארישן שטאלץ,
שטאמלען זיי איינגעעקשנט, שטיל,
בלויז פאר זיך אליין
דאס, וואס ס׳האבן דיר שוין טויזנט מאל
געזאגט מיינע אויגן.