עס איז מיין האַנט־געלענק -

רחל קאָרן

עס איז מיין האַנט־געלענק געװאָרן אַזוי דין און שמאָל,
אַז ס׳דאַכט, עס װאָלט דיין בּליק געװאָרן אים צו שװער,
און װאָלטסט געקענט אַרומנעמען עס גאַנץ, װי מיט אַ בּאַנד
בּלויז מיט איין איינציקער, פליסנדיקער טרער.

מיינע פֿינגער, װי צען פאַרגעסענע געבּאָטן
פון אונדזער אויסגעבּרענטן ליבּע־סנה,
רעמען אַרום מיין פּנים—צען בּלוטיקע סימנים,
װי װעגװייזערס צום סאַמע טיפסטן, לעצטן גרונד פון װיי.

נאָר די טיפע, שמאָלע ליניעס פון די דלאָניעס,
װי אָדערן אויסגעליטענע, דורך װעלכע ס׳רינט אַרויס דאָס גליק,
פליסן נאָך אַלץ צו װייטע, אומבּאַקאַנטע בּרעגעס
און זוכן דיינע ליפּן, דיין שמייכל און דיין בּליק.