In Heysn Vint

Celia Dropkin

זינג איך צו דיר

דו האָסט ניט פֿאַרזײט אַ קינד אין מיר,
נאָר האָסט פֿאַרזײט זיך אַלײן,—
װאַקסטו איצט אין מיר, װאָס אַ טאָג
אַלץ דײַטלעכער, אַלץ גרעסער.
פֿאַר מיר אַלײן איז שױן קײן פּלאַץ ניטאָ אין מיר,
און מײַן נשמה ליגט, װי אַ הונט בײַ דײַנע פֿיס,
און װערט אַלץ שװאַכער, שװאַכער,
נאָר שטאַרבנדיק דורך דיר,
זינג איך צו דיר, װי פֿריִער, סערענאַדן.

 



מײַנע הענט

מײַנע הענט,
צװײ שטיקלעך פֿון מײַן לײַב,
װאָס איך שעם זיך ניט צו צײַגן,
מיט פֿינגער, װי די צװײַגן
פֿון אַ קאָראַלן בױם.
מיט פֿינגער, װי צװײ נעסטן
װײַסע שלאַנגען.
אָדער ... װי געדאַנקען
פֿון אַן עראָטאָמאַן.

 



איך האָב אײַנגעזאַפּט אין זיך

איך האָב אײַנגעזאַפּט אין זיך
דעם הימל, די װעלדער פֿון מײַן אַלטער הײם,
איך האָב זיך געבאָדן אין הורבעס שנײ
אױף די פֿעלדער פֿון מײַן אַלטער הײם.
בײַ די פֿיס פֿון דער אַלטער ראַנצשע
האָט מיר געכּישופֿט די לבנה,
אױף אונדזער ברײטן טײַך
האָבן מײַנע װיאָסלעס געגנבעט גאָלד בײַ דער לבנה.
בײַם אַלטן שלאָס האָט זיך שטיל געזעטיקט
מײַן יונגע בענקשאַפֿט,
און אַלץ צוליב דעם
איך זאָל קענען אָנשרײַבן
אַ פּאָר װערטער פֿון ליבע צו דיר.

 



די גרענעץ

די גרענעץ צװישן לעבן און טױט איז אַזױ דין,
װי דער אונטערשײד אין פֿאַרנאַכטיקן גרין—
װאָס בײַט זיך אונטערן פֿלאַם פֿון הימל
פֿון טונקל-גרין אין טױטן שימל.

איך שטײ אױפֿן ראַנד פֿון פֿאַרכּישופֿטן לאַנד.
איך קען דערלאַנגען דעם טױט מיט דער האַנט.
און דאָך לעב איך אַזאַ פֿולן לעבן,
און װי גרינג איך קען דאָס פֿאַרשװעבן.

עס איז כּישופֿדיק דער רוף פֿון טױט
װען דער הימל איז גאָלדיק רױט;
דער ים איז בלױ און דער בױם איז נאָך גרין,
—די גרענעץ צװישן לעבן און טױט איז אַזױ דין.